טבלא 3.0: וואס איז ניי

טבלא 3.0 איז איבערגעבויט געווארן פונדאסניי. מיר האבן אוועקגעלייגט דעם דריי יאר אלטן קאוד און אנגעהויבן פריש, מיט א שטערקערן און מער סטעיבל פאונדעישאן. דער נייער אויסקוק איז ריין און שארף, פונקט ווי א פראפעסיאנעלע דעסקטאפ עפפ. דו וועסט אינגאנצן פארגעסן אז דו ארבעטסט אין א בראוזער.

טבלא 3.0: וואס איז ניי

אלגעמיינע סיסטעם איבערבליק

גענצליך איבערגעבויעט

די סיסטעם איז אינגאנצן פונדאסניי דעוועלאפט געווארן, אריינברענגנדיג צענדליגער חידושים און נוצליכע געצייג צו קענען דעזיינען שנעל, גרינג און אן קאמפליקאציעס.

סימפליסיטי אלס דער הויפט פאקוס

אונזער וויזיע איז צוצושטעלן א מאקסימום-סימפל עקספיריענס פאר אינדיווידואלן וואס זענען נישט קיין גראפיק דעזיינער'ס. מיר האבן ארויסגעקליבן די וויכטיגסטע און מערסט נוצליכע פונקציעס פון אלע פראפעסיאנאלע גראפיק-פראגראמען, כדי צו מאכן איר זאל קענען דעזיינען די שענסטע זאכן, סימפל, גרינג, פראקטיש און צוטריטליך פאר יעדן.

פליסיגקייט און שנעלקייט

די נייע פלאטפארמע אפערירט מיט אן אומגלויבליכע שנעלקייט. ארבעטן מיט סעלעקשאנס, רוקן אביעקטן, און מישן פעידזשעס גייט גאר פליסיג, ווי אויך דאס דאונלאודן געדויערט בלויז געציילטע סעקונדעס.

צענטראלע אידישע אנליין-עדיטאר - צוגעשטעלט פארן אלגעמיינעם באנוץ

די פלאטפארמע ערמעגליכט יעצט פאר יעדן יחיד צו דעזיינען כמעט אלעס — פון גרויסע סיינס, קאמפיינס און מודעות, פאומס, ביז לאגאס, סטיקערס און קליינע קארטלעך. מען קען נוצן טויזנטער גרייטע טעמפלעיטס, אדער דעזיינען א פראיעקט גענצליך פון סקרעטש.

GABBAI - אייער טבלא אגענט

א מאסיווע ערשטמאליגע אינאוואציע

GabbAI איז אן איינגעבויטער מאדעל אין טבלא וואס דינט אלס אייער פערזענליכער דעזיין-אגענט.

אויטאמאטישע דעזיין

איר קענט בעטן GabbAI צו מאכן פאר אייך א פראיעקט. גיבט אים די אינפארמאציע, דעם געוואונטשענעם סטייל און קאליר, און ער וועט עס גענצליך צוגרייטן.

קאמפליצירטע טעסקס און עדיטינג

GabbAI קען אפירזוכן ספעציפישע צעטלעך, טוישן אינפארמאציע אדער קאלירן, און צוהעלפן שרייבן נוסחאות. ער קען אפילו דורכפירן קאמפלעקסע פונקציעס וואס זענען שווער צו טוהן מעניולי, ווי טוישן דעם פאנט פונעם גאנצן צעטל אויפאיינמאל, און צולייגן אלע סארט עפעקטן.

העלפן מיט שרייבן

GabbAI קען צוהעלפן שרייבן נוסחאות, מיט א היימישן טעם.

פלענער, פרייזן, און סיין-אפ

פלענער און פרייזן איבערגעארבעט

אן אפדעיטעד און מער פראקטישע סטרוקטור אויף אונזערע פלענער און פרייזן.

פערזענליכע לייברערי

יעדע באנוצער קען זיך יעצט בויען און ארגאניזירן זיין אייגענע רייכע לייברערי מיט שיין-מסודר'דיגע פאלדערס.

בליץ-שנעלע סיין-אפ

א נייע רעגיסטראציע סיסטעם וואס נעמט ווייניגער ווי א מינוט.

חידושים אין די פלאטפארמע

רייכע אויסוואל פון פרישע מאטעריאל

הונדערטער נייע לעיאוטס, צענדליגער נייע פרעימס, נייע דעזיינס און בילדער (ביי Insert), סיינס, לאגאס, קונטרס-דעקלעך, אפשערן-פעקלעך, און נאך.

סמארט סורטש

די זוך-סיסטעם איז דראסטיש פארבעסערט געווארן און קען יעצט זוכן אינערהאלב דעם תוכן פון די צעטלעך, און נישט בלויז לויטן נאמען פונעם פייל.

קאסטום סייזעס

מעגליכקייט צו קלייבן און אנשטעלן פונקטליכע, אייגענע סייזעס פאר יעדע פראיעקט.

פיטשערס און חידושים אינעם עדיטאר

לעיערס

יעדע טעקסט-באקס אדער אביעקט איז אן עקסטערע לעיער. די נייע 'לעיער פאנעל' מאכט עס גרינג צו נעוויגעיטן, סעלעקטן, רוקן, אדער אפשפארן סיי וועלכן טייל פונעם פראיעקט.

ברייטע ווארק-ספעיס

מען קען יעצט נוצן דעם פלאץ אינדרויסן פונעם צעטל אלס אן אקטיווע ארבעטס-ספעיס.

הילפס-ליניעס

א נייע אפציע וואס צייגט פראקטישע ליניעס צו גרינג צענטרירן און אויסגלייכן סיי וואס אינעם צעטל.

פלאודינג טול-באר

ווען איר סעלעקט עפעס אינעם צעטל קומט גלייך ארויף די בעיסיק טולס, פאר א שנעלע און עפעקטיווע ארבעט.

ווערסיע היסטאריע

א גאר פראקטישע נייע מעגליכקייט צו קענען צוריקגיין, אפירזוכן, און צוריקשטעלן פריערדיגע ווערסיעס פונעם צעטל.

שארט-קאטס

פראקטישע קיבאורד שארט-קאטס זענען צוגעלייגט געווארן.

פרעים קאלירן

די נייע פרעימס קומען מיט א פראקטישע אויסוואל פון דריי גרייטע קאלירן.

מאכן גרעסער / קלענער מיט + און -

איר קענט סעלעקטן מערערע אביעקטן אויפאיינמאל און זיי גרויס אדער קליין מאכן אינאיינעם דורך די פראקטישע קנעפלעך + און -

אינסערט

איר קענט אריינלייגן דעזיינס, שעיפס, און בילדער סיי פון אונזער לייברערי און סיי פון אייער פערזענליכע קאלעקציע. איר קענט אויך צוזאמשטעלן עלעמענטן, ווי צ.ב.ש. נעמען א פשוט'ע פרעים און צולייגן בילדער צום פרעים דאס צו מאכן א ספעציעלע פרעים. (צ.ב.ש. איר קענט נעמען סיי וועלכע אלגעמיינע פרעים פון סיסטעם און צולייגן אינעדערזייט א בילד פון פידל מיט טרויבן, און עס איז יעצט א "מזל טוב פרעים")

דאונלאוד און פרינטינג

די דאונלאודס זענען בליץ-שנעל. ביים דאונלאודן זענען צוגעקומען נייע אפציעס ווי העכערע רעזאלוציע, און א 'בליד' אפציע. נאכן דאונלאודן קען מען צולייגן סטיקערס, פאררעכטן טעותים, און עס גרינג מיטטיילן מיט אנדערע.

קאמפאנענטס און טעבס

צוטריט צו 'מיני לעיאוטס', טישן, טעבס און סמארט קאמפאנענטס.

פראפערטיס און עפעקטס

א ברייטע אויסוואל פון עפעקטן, ווי שאטן-עפעקטס און אנדערע פראפעסיאנאלע צוגאבן.